יענטא חנה'ס מעשה

אין די בערג פון קיובעק, צווישן קרית טאהש און די סאטמארע זומער קאנטרי, דארט האט זיך געפונען א קליין אידיש שטעטעלע מיט דעם נאמען קרית רימנוב, א שטעטעלע וואס האט געבליהט מיט אמת'דיגע אמאליגע אידישקייט. די אטמאספער פון דעם שטעטעלע איז געווען פוהל מיט תורה און עבודה, מיט בטחון און שמחת הנפש.

דארט איז יענטא חנה געבוירן געווארן, צו דעם חשוב'ן רב און דיין פון קהילת לב טהור, הרב הגאון הצדיק ר' אהרן אריה טעללער שליט"א, דער איידעם פון דער הייליגער רבי זי"ע.

הרב טעללער שליט"א האט פון יונגווייז אן געזוכט א רבי פאר עבודת ה'. אין די יונגע יארן האט דער רבי פון תולדות אהרן זי"ע אים שטארק מקרב געווען, און אין די שפעטערדיגע יארן האט ער זיך באקאנט מיט דעם רבי'ן פון קהילת לב טהור. זיין שייכות צו דער רבי זי"ע האט ערוועקט אסאך מחלוקת פון פארשידענע מענטשן, אבער הרב טעללער שליט"א האט זיך נישט גערעכנט מיט דעם, ווייל זיין געטריישאפט צו זיין רבי האט איבערגעוואויגן אלע שוועריגקייטן.

נאך אסאך יארן פון רדיפות און שנאת חנם, האט הרב טעללער שליט"א חתונה געהאט מיט א טאכטער פון דער רבי זי"ע, וואס דעמאלט האט זי געזעהן פאר א גרויסע זכיה צו חתונה האבן צו אזא חשוב'ן תלמיד חכם און עובד ה', און צו אויפשטעלן מיט אים א אידישע משפחה.

די הויז אין קרית רימנוב קאנאדא, ווי יענטא חנה איז ערצויגן געווארן אין אירע יונגע קינדער יארן

יענטא חנה איז געבוירן געווארן אין א ווארעמע חסידי'שע אטמאספער, אזוי ווי אין די אמאליגע היים. זי געדענקט נאך זייער גוט ווי אזוי איר טאטע פלעגט אויפשטיין אין די קליינע שעות פון די נאכט, און בלויז די ברכת התורה זיינע איז געווען א הארץ בארירנדע תפילה וואס האט געמאכט צוגיין אלע סטרונעס פון די הארץ. די זיסע קול תורה ווי אזוי איר טאטע לערנט איינגעבויגן אויפן ספר צווישן איין הלכה שאלה און די אנדערע, האט שטענדיג אנגעפולט די פיר ווענט פון די הויז.

שוין אין די יונגע יארן איז יענטא חנה געווען באקאנט צווישן אירע חבר'טעס אלץ א ספעציעלע מיידל, מיט א איידעלע תמימות און ארגינעלקייט, און פון די אנדערע זייט א לעכטיגע קלוגשאפט, צו פארשטיין און פילן וואס איז אויסגעהאלטן און גוט.

דער רבי זי"ע - יענטא חנה'ס זיידע - איז מעביר סדרה איינגעהילט אינעם טלית, עש"ק נאכמיטאג אינעם ספרים שטוב אין קרית רימנוב. אין דעם ספרים שטוב פלעגט יענטא חנה זיין א אפטע גאסט

יענטא חנה פלעגט שטענדיג באזוכן איר זיידע דער רבי זי"ע, און מיט דארשט אויסגעהערט יעדע ווארט פון חיזוק און עבודת השי"ת. יענטא חנה האט פון קינדווייז אן נישט געפלוידערט קיין נארישקייטן, נאר שטענדיג געווען פארנומען צו זיך פאררעכטן אירע מידות, און געטראכט מיט וואס קען זי זיך דערנענטערן צו דער אייבישטער.

טראץ די אלע שוועריגקייטן וואס די קהילה איז אריבער בכלליות ובפרטיות, דאך האט יענטא חנה נישט געוואוסט וואס גייט איר אפווארטן. זי האט זיך אבער גוט אנגעזאפט מיט אסאך כוחות הנפש, און געווען די חשוב'סטע מיידל צווישן אירע חבר'טעס. ווען די טשיילד פראטעקשן זענען איבערגעפאלן דעם שטעטל און אויסגעפרעגט אלע קינדער מיט שווערע אינוועסטעגעישנ'ס, האט יענטא חנה זיך געלעבט אינגאנצן אין א אנדערע וועלטל, שטענדיג געווען פארנומען מיט אין עוד מלבדו, און איבערגע'חזר'ט נאכמאל און נאכאמאל צו אירע חבר'טעס אז אלעס וואס דער הייליגער באשעפער טוהט איז נאר א באמת פאר גוטס. יענטא חנה האט דאס אויסגע'פועל'ט ביי איר אלע חבר'טעס אפילו פון א גאר יונגע עלטער, אז נאר פון אזעלעכע סארט געדאנקען זאל זיין די שמועס אגאנצן טאג, און נאר מיט דעם שטענדיג צו לעבן.

די שפאגל ניי געבויטע הויז וואס די עלטערן פון יענטא חנה האבן איבערגעלאזט אין קרית רימנוב, צוליב מסירות נפש אויף דעם חינוך הטהור

די בילד ווי אזוי די גאנצע קהילה - מענער פרויען און קינדער - געזעגענען זיך פון קרית רימנוב, און פארלאזן דאס שטעטל פאר אייביג מיט די ביסל האב און גוטס אין די הענט, איז געבליבן גוט איינגעקריצט אין די מוח פון יענטא חנה. אלץ א צעהן יעריגע מיידל, האט זי שוין גוט פארשטאנען אז אירע עלטערן לאזן אפ זייער שפאגל ניי געבויטע הויז, און נעמען דאס וואנדער שטעקן אן צו האבן בכלל א קלארע ציהל צו וואו מען גייט, נאר כדי צו ראטעווען די קינדערעלעך פון שמד דורך די גזירת החינוך פון קיובעק.

יענטא חנה געדענקט די הארציגע דרשה פון איר זיידע דער רבי זי"ע ביים זיך געזעגענען פונעם שטעטל, אז מען גרייט זיך אויף שווערע צייטן, און אפילו אויב מען וועט זיין צושפרייט אין אלע עקן פון די וועלט, דאך גייט מען זיך צוריק צוזאמנעמען ווי ווייט מעגליך, און ווייטער גיין מיט די אמת'דיגע דרך התורה. די אלע גלות'ן און ליידענישן וואס די קהילה איז אריבער פון יענעם טאג ביז מען איז אנגעקומען אין די יעצטיגע שטעטל קרית בבל אין גואטעמאלא, די אלע איבערלעבענישן האבן נישט צובראכן איר גייסט, נאר אדרבה, יענטא חנה האט ארויסגעלערנט פון דעם א מוסר השכל פאר די גאנצע לעבן, אז מען קען זיין געטריי פאר דער אייבישטער אין יעדן מצב וואס זאל נאר זיין.

חיים יעקב ראזנער נ"י - יענטא חנה'ס מאן (לינקס) אלץ א בחור אין די ישיבה מיט זיין חברותא און קאזין יואל'יש ראזנער נ"י (רעכטס)

ווען יענטא חנה איז געווארן פערצן יאר, איז זי שוין געווען גענצליך א ערוואקסענע מיידל, און זי האט חתונה געהאט מיט איינע פון די חשוב'סטע בחורים פונעם שטעטל, יחזקאל חיים יעקב ראזנער נ"י. עס איז באמת נישט מעגליך צו באשרייבן די שמחה ביי די ספעציעלע חתונה, וואס איז פארגעקומען נישט צו לאנג נאכדעם וואס מען איז אריבער די שווערע טראגעדיע פון די פלוצלומ'דיגע פטירה פון איר זיידע דער רבי זי"ע. איר חתונה איז געווען א טרייסט אין דעם מצב, זעהענדיג ווי אזוי אזא חשוב'ע אייניקל איז זוכה צו אויפשטעלן א אידיש הויז מיט אזא הערליכע אידיש חן.

די חשוב'ע משפחת ראזנער שיחיו וואו יענטא חנה תחי' האט זוכה געווען צו ווערן א שנור

אין די הויז פונעם פארפאלק האט מען קיינמאל נישט געהערט א הויכע קול, ווער עס איז נאר אריינגעקומען דארט האט געפילט א טעם פון גן עדן התחתון. דער מאן האט געלערנט בייטאג און ביינאכט, און יענטא חנה איז געווען א אשת חיל וואס האט שטענדיג אים געגעבן חיזוק, און צוגעשטעלט פאר אים וואס ער דארף. קיינער האט נישט גע'חלומ'ט אז זיי וועלן אמאל זיין ברוטאליש אפגעריסן איינער פון דעם צווייטן.

אין די לעצטיגע תקופה האט יענטא חנה'ס מאמע גענומען א אנדערע וועג, א וועג וואס זי האט געזעהן ביי אסאך אנדערע מענטשן וואס זענען אוועקגעגאנגען פון די קהילה, אז כדי צו נעמען נקמה וועגן א פערזענליכע מחלוקת וואס זיי האבן געהאט, האבן זיי זיך גענומען צו באשטעטיגן אלע בלבולים וואס מען זאגט אקעגן די קהילה, וויבאלד עס איז דאך א זאך וואס יעדער איינער וועט זייער גוט אננעמען.

אלעס האט זיך אנגעפאנגען ווען די מאמע פון יענטא חנה האט זיך נישט פארטראגן מיט איר ברודער דער יעצטיגער רבי פון די קהילה, און אזוי אויך מיט איר מאן דער רב פון די קהילה, און דעריבער האט זי שוין געטראפן אויף וואס זיך צו קריגן. צום ביישפיל, עס איז געווען אין די קהילה עטליכע גרים פון גואטעמאלא און על סאלוואדאר, וואס טאקע פון אנפאנג האבן זיי זיך צוגעשטעלט צו אידישקייט לויט זייער מדריגה, אבער נאכדעם איז געווארן צווישן זיי א גרופע וואס האבן געהאנדלט מיט דראגס, דער רבי שליט"א איר ברודער האט זיי דערפאר אוועקגעשיקט פון די קהילה, אבער זי האט זיך געלייגט אין די לענג און די ברייט אז מען זאל זיי דוקא לאזן אין די קהילה, און אזוי אויך ביי נאך פארשידענע ענינים. זי האט גענומען א פרינציפ, אז וואס איר ברודער דער רבי שליט"א וועט נאר זאגן, וועט זי שטענדיג זאגן און פרעדיגן פארקערט.

עס האט נישט געדויערט צו לאנג, ביז יענטא חנה'ס מאמע האט אנגעהויבן צו פארן ערגער און ערגער. עס איז געגאנגען אזוי ווייט, אז זי האט שוין קלאר געסטראשעט אז זי גייט אוועקלויפן פון איר מאן און צוכאפן די קינדער. זי האט געזאגט פאר יענטא חנה איר פלאן, צולייגנדיג אז זי גייט איר אויך מיטשלעפן. דא איז שוין יענטא חנה אויפגעטרייסלט געווארן, זי האט נישט געקענט פארשטיין ווי אזוי איר מאמע קען אזוי סטראשען, זי האט דאך שוין א מאן און זי וואוינט נישט ביי איר. אבער איר מאמע מאכט זיך נישט וויסנדיג, און זאגט איר קלאר אז טאמער זי וועט נישט מיטגיין מיט איר וועט זי איר שלעפן מיט צוואנג, און אפילו מיט די הילף פון די פאליציי.

עס איז וויכטיג ארויסצוברענגען, אז עס איז אויסדרוקליך נישט ריכטיג וואס די מאמע שרייבט אין די קאורט פעיפער'ס אז זי האט נישט געלאזט יענטא חנה חתונה האבן, (אזוי ווי עס איז נישט אמת וואס זי שרייבט דארט אויך אז יענטא חנה האט נישט געוואלט חתונה האבן, דאס קען דאך יעדער איינער פרעגן יענטא חנה אליין...), זי איז געגאנגען צו די חתונה ווי א חשוב'ע מחותנת'טע און שטאלצירט מיט דעם חשוב'ן איידעם וואס זי האט באקומען, אבער שפעטער וויבאלד זי האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט די שונאים און רודפים פון די קהילה, איז זי איינגעגאנגען אויף אזא רשעות'דיגע וועג, אפילו זי האט זייער גוט געוואוסט אז זי טוהט א גרויסע אכזריות אקעגן איר אייגענע טאכטער.

יענטא חנה האט גראד דערציילט צו איר מאן די שוידערליכע פלאן פון איר מאמע, און דורך זיין עצה האט זי געשריבן א בריוו צו איר פעטער דער רבי שליט"א וועגן דעם. עס האט פארשטייט זיך אויפגעשוידערט יעדן איינעם, און גראד האט דער רבי שליט"א גערופן די מאמע, און זיך איינגעבעטן ביי איר אויב עס איז שייך צו מאכן א פשרה און פארהאנדלען אויף די קינדער, אדער אפשר קען מען זיך עפעס אויסגלייכן, אבער זי האט בשום אופן זיך נישט געלאזט רעדן. ספעציעל האט דער רבי שליט"א פראבירט זיך צו טענה'ן מיט זיין שוועסטער די מאמע פון יענטא חנה אז זי זאל צורוה לאזן איר חתונה געהאטע טאכטער, אבער אלע ווערטער זענען געפאלן אויף טויבע אויערן.

אין א העלן ערב שבת פארטאגס איז די מאמע נעלם געווארן מיט אירע צוויי קלענסטע קינדער, איר מאן הרב טעללער האט איר גערופן אויף דעם טעלעפאן אבער זי האט נישט אויפגעהויבן פאר עטליכע שעה. הערשט שפעט נאכמיטאג האט זי באשטעטיגט אז זי איז געגאנגען צו די פריש געווארענע קהילה פון די אוועקגעשיקטע גרים אין גואטעמאלא סיטי, און זי איז געגאנגען צוזאמען מיט זיי צו פארשידענע רעגירונג אפיסעס צו מאכן קלאגעס אקעגן די גאנצע קהילה, און אין די זעלבע צייט האט זי געפאדערט אז איר מאן זאל אויך קומען אהין צוזאמען מיט אלע קינדער, און געווארנט אז טאמער נישט וועט זי קומען זיי צו כאפן מיט כח. הרב טעללער שליט"א האט פארשטייט זיך נישט מסכים געווען צו דעם, ער האט געזאגט נאכאמאל און נאכאמאל אז קודם זאל זי אפלאזן די מוסרים און אויפהערן מיט די וועג פון מאכן מסירות, און נאר דעמאלט וועט קען מען פארהאנדלען און רעדן געהעריג אויף א הסכם.

און זי האט געהאלטן ווארט. תיכף מוצאי שבת אום דריי אזייגער פארטאגס, איז זי שוין געקומען צו פארן באגלייט מיט עטליכע קארס אנגעפולט מיט צענדליגע מענטשן וואס זענען געקומען באוואפנט מיט שטעקענעס, ביקסן און מעסערס, א גרויסע טייל זענען געקומען מיט פארדעקטע פנימ'ער, אבער נאך אלץ האט מען געקענט דערקענען צווישן זיי די גרים וואס מען האט אוועקגעשיקט פון די קהילה צוליב האנדלען מיט דראגס. זיי זענען ארומגעפארן אין די געסלעך פונעם שטעטל מיט א שנעלקייט פון הונדערט מייל פער שעה און זיך נישט גערעכנט ווער עס איז דארט, און צוזאמען מיט די מאמע רעבעצין טעללער האבן זיי אריינגעבראכן אין די הויז פון יענטא חנה און אנגעהויבן צו איר שלעפן מיט כח אקעגן די אויגן פון איר דערשראקענעם מאן. הרב טעללער האט געהערט די קולות ביז זיין הויז און ער איז געקומען צו לויפן און געשריגן, און לכבוד דעם האט ער באקומען אויך ווילדע קלעפ פון די זעלבע גרים וואס זיי האבן נארוואס געפרעגט פון איהם הלכה שאלות עטליכע חדשים פריער. נאך די בלוטיגע שלאכט פעלד וואס איז פארגעגאנגען דארט, האט זי מצליח געווען אוועקצורייסן נאך איין טאכטער, און יענטא חנה מיט אירע צוויי קלענערע ברודער חיים און דוד זענען געבליבן אין שטעטל.

אזוי זענען יענטא חנה מיט אירע צוויי ברודערס געבליבן מיט שרעק, און נישט געוואוסט וואס גייט פאסירן א טאג שפעטער. זי די מאמע האט נישט איינגערוהט, זי האט צוגעזאגט צו אויספירן איר נקמה אוועקצוכאפן יענטא חנה פון איר מאן, און זי איז געגאנגען ווייטער. אין קורצן וואס איז געווען, אז אפאר וואכן נאכאנאנד האבן הונדערטער פאליצייען באפאלן טאג טעגליך דעם שטעטל מיט דעם אויסרייד אז די קינדער זענען געקינדעפט, און מיט דעם תירוץ האבן זיי אונטערזוכט נאכאמאל און נאכאמאל אלע הייזער אינעם שטעטל, אלעס מיט דעם אנוועזענהייט פון די מאמע און די גרים פון גואטעמאלא סיטי און אויך מיט די באגלייטונג פון דוד שווארץ און יוסי פליטשקין, דער יוסי פליטשקין וואס עביוזט יענטא חנה שוין עטליכע חדשים און פארשווארצט איר דאס לעבן.

הרב טעללער שליט"א זעהענדיג אז מען קומט כאפן זיינע קינדער אן צו געבן פאר אים אפילו א מעגליכקיט זיך צו פארענטפערן, האט נישט געזעהן קיין אנדערע עצה נאר צו גיין ביזדערווייל ערגעץ אנדערש. ער איז אוועקגעגאנגען ביז דערווייל מיט זיינע דריי קינדערלעך קיין מעקסיקא, ער האט אויך מיטגענומען מיט זיך זיין חשוב'ער איידעם ר' חיים יעקב, און געווארט צו זעהן וואס עס גייט פאסירן ווייטער.

די אמעריקאנע עמבעסי ווי יענטא חנה און אירע געשוויסטער זענען געווארן ברוטאליש און אומלעגאל אפגעטיילט פון זייער טאטן  אין געהאלטן געווארן דארט געפייניגט איבער שב"ק

אין מעקסיקא איז הרב טעללער געגאנגען מיט זיינע קינדער צו די אמעריקאנע עמבעסי, ער האט דארט געבעטן א פאספארט פאר זיינע קינדער וויבאלד די מאמע האט דאס צוגענומען ווען זי איז אנטלאפן מיט די קלענערע קינדער. דארט האט זיך אנגעהויבן די שווערע מסכתא פון יסורים פון יענטא חנה, מען האט דארט צוטיילט די דריי קינדער פון זייער טאטע און אוועקגעריסן יענטא חנה פון איר מאן.

הרב טעללער מיט זיין איידעם זענען איבערגעגעבן געווארן אין די הענט פון די אימיגרעישן פון מעקסיקא, און נאך אפאר שעה האט מען זיי אריבערגעשיקט קיין אמעריקא, און יענטא חנה מיט אירע יונגערע געשוויסטער זענען געבליבן אין די עמבעסי. שוין דעמאלט אין די עמבעסי בעפאר מען האט זיי צוטיילט, האט מען שוין געזעהן אז די עמבעסי האבן זיך פארבונדן מיט די מאמע און אירע העלפערס עטליכע פאליטישענס פון ניו יארק, און זיי האבן זיך ארויפגעשארט די ארבל צו ברענגען יענטא חנה מיט די קינדער קיין ניו יארק אויף סיי וואספארא אופן, פארשטייט זיך אז נישט צוזאמען מיט זייער טאטע.

א ווייטאגליכע שבת איז יענטא חנה דארט אריבער אין די עמבעסי, זי האט דאס שפעטער באשריבן אין א בריוו. נאך אפאר טעג פון יסורים מיט בכיות פון יענטא חנה און די אנדערע קינדער, האט מען זיי געצוואונגענערהייט ארויפגעלייגט אויף א פליגער קיין ניו יארק. די טאטע האט פראבירט צו רופן צו די עמבעסי כדי צו אויסגעפונען וואו זיי זענען, אבער זיי האבן גארנישט געוואלט ענטפערן עטליכע טעג נאכאנאנד, ביז זיי האבן אים שוין געזאגט אז די קינדער זענען אין ניו יארק אונטער די אויפזיכט פון די ACS.

ווען דער טאטע הרב טעללער איז אנגעקומען קיין ניו יארק איז ער גראד געגאנגען צו די ACS, ערשט האבן זיי געענטפערט אז זיי ווייסן פון גארנישט, שפעטער האבן זיי געזאגט אז די פייל איז קאנפידענשל. נאך שווערע וויכוחים במשך א גאנצע טאג אין איין ציה, האבן די ACS געסערווט די טאטע מיט קאורט פעיפערס, וואס זענען נאר וואס יענע נאכמיטאג אריינגעגעבן געווארן דורך די מאמע קעגן די טאטע. אין די קלאגעס האט די מאמע פראבירט צו מאכן א אנשטעל ווי מען האנדלט דא פון קינדער וואס מען האט געראטעוועט פון א דזשאנגל אין גואטעמאלא, און צו דעם האט מען צוגעלייגט א בייזוויליגע ליגנט אז דער טאטע איז כלומר'שט איינגעשפארט יעצט אין א תפיסה אין מעקסיקא, און דעריבער דארף מען מאכן א עמערדזשענסי קאסטעדי ארדער צו געבן די קינדער צו די מאמע, און אויך האט מען צוגעלייגט א ארדער אף פראטעקשן אקעגן די טאטע.

די ערשטע פאר טעג נאכדעם וואס די דריי קינדערלעך יענטא חנה מיט חיים און דוד זענען אנגעקומען קיין ניו יארק, האט מען אריינגעלייגט די קינדער אין א שפיטאל און זיי אויסגעפייניגט דארט געפערליך. ווען זיי זענען ארויס פון שפיטאל האט מען נישט אויסגעפירט די ארדער צו לייגן די קינדער ביי די מאמע, ווייל יענטא חנה מיט חיים האבן בשום אופן נישט געוואלט גיין צו איר, און דעריבער האט מען זיי צושפרייט אן קיין רשות פון דעם שופט צו אנדערע משפחות וואס האבן געהאט אלטע חשבונות קעגן דער טאטע און קעגן דער זיידע פון יענטא חנה, די ציהל איז געווען קלאר אז מען האט געוואלט דורך דעם צוברעכן די גייסט פון די קינדער. און בעיקר האבן זיי הנאה געהאט פון דעם ארדער אז די מאמע האט אפיציעל די קאסטעדי, און דער טאטע האט באקומען אן ארדער אף פראטעקשן.

יענטא חנה אליין נאך א וואך זיין געהאלטן ביי א משפחה אקעגן איר ווילן, האט זיך פארבונדן אין די ערשטע געלעגנהייט וואס זי האט געהאט צו ר' יואל וויינגארטען, דאס איז געווען די איינציגסטע אמעריקאנע טעלעפאן נומער וואס זי האט געוואוסט. זי האט אויפגעהויבן מיט א שרעקעדיגע קול "אונז זענען געכאפט געווארן, איך ווייס נישט וואו איך בין יעצט", זאגנדיג די ווערטער האט זי אויסגעפלאצט אין א געוויין. זי האט דערציילט אז מען האט איר יעצט אפגעטיילט פון איר קלענערע ברודער חיים און דוד. זי האט זיך געבעטן אז מען זאל איר העלפן צוריקגיין צו איר מאן און צו איר טאטע, און אז מען זאל איר ברענגען ביז דערווייל אירע קליידער.

ר' יואל וויינגארטען האט זיך פארבונדן מיט זיין ברודער ר' שמואל מאיר וואס איז דעמאלט געווען אין ניו יארק, און ר' שמואל מאיר האט זיך אריינגעלייגט צו שאפן אירע קליידער. תיכף ווען ער האט דאס באקומען איז ער געפארן קיין מאנרא וואו זי איז איינגעשטאנען און איר געגעבן אירע קליידער, און דערביי איר אויך געגעבן א טעלעפאן.

ווען ער איז אנגעקומען דארט האט זי אים איבערגעבן א הארץ ערשיטענדיגער בריוו, דארט האט זי באשריבן איר מצב במשך די לעצטע וואך פון ווען זי איז געפאנגען געווארן, און דערביי געבעטן אויב מען קען איר העלפן צו מודיע זיין איר שטעלונג צו די קאורט און איבערגעבן פאר די Judge וואס זי האט צו זאגן לגבי די גאנצע פרשה.

די דירה אויף Lynch Street ווי יענטא חנה איז געהאלטן געווארן פארשפארט

ר' שמואל מאיר האט צוגעגרייט פאר איר א פעטישן מיט אלע דעטאלן וואס זי האט געשריבן אין די בריוו, און אויך צוגעלייגט נאך דעטאלן וואס זי האט אים געזאגט אויף די טעלעפאן, און אויף צו מארגן איז זי געפארן צו די טשיילד פראטעקשן אפיס צו איבערגעבן איר פעטישן. זי איז אנגעקומען שפעט צו די טשיילד פראטעקשן און טראץ וואס די סאושל ווארקער האט צוגעזאגט צו ווארטן פאר איר דאך האט זי קיינעם נישט געטראפן דארט, נאר שפעטער האט די סאושל ווארקער געשיקט די פאליציי צוזאמען מיט איינער פון די חברים פון די מאמע וואס האט זיך פארגעשטעלט מיט דעם נאמען "ליפא קרויס", זיי האבן איר אויפגעהויבן מיט כח און אריינגעשלעפט אין א קאר, און געטראגן צו די הויז פון יענעם "ליפא" אין לינטש סט. אין וויליאמסבורג.

יענער ליפא האט געהאלטן יענטא חנה אזוי ווי א ארעסטאנט, ער האט איר אפילו נישט געלאזט צוגיין צו די פענסטער. אינדערפריה האט זי געוואלט ארויסגיין צו די קאורט צו אריינגעבן איר פעטישן אבער מען האט איר נישט ארויסגעלאזט. נאכדעם וואס זי האט גערופן עטליכע מאל 911 איז איר געלונגען צו אנגעקומען צו די קאורט בילדינג, אבער ווי נאר זי איז אנגעקומען דארט האט די פאליציי איר אוועקגעשלעפט פון דארט און געטראגן צו די בילדינג פון די ACS. בחסדי ה' האט זי נאך אנגעיאגט צו איבערגעבן נעבן די קאורט בילדינג די פעטישן וואס זי האט שוין נעכטן אונטערגעשריבן ביי א פאבליק נאטערי צו ר' שמואל מאיר וויינגארטען, און ער האט מצליח געווען דאס אריינצוגעבן צו די קארט. די פעטישן איז נאך יעצט אין קאורט שוין ארום פינעף חדשים, אבער די קאורט האט זיך נישט מטריח געווען ביז יעצט צו ענטפערן אויף דעם.

אלץ א נקמה פון די דערוואגטע אויפפירונג פון יענטא חנה, האט מען איר קודם איינגעשפארט אין א צימער אין די ACS בילדינג, און אהין געברענגט אברהם גרינהוט מיט צוויי שמוציגע חברים, און זיי האבן איר באפאלן אויף גאר א אומאיידעלע אופן רח"ל און צוגענומען איר טעלעפאן. שפעטער האט אברהם גרינהוט צוזאמען מיט די מאמע אריינגעלייגט יענטא חנה אין א גייסטישע שפיטאל, זיי האבן אויסגעטראכט אויף איר א בלבול אז זי וויל ח"ו זיך נעמען דאס לעבן, יענטא חנה איז געווען 24 שעה א טאג אונטער suicide watch, הערשט נאכדעם וואס איז אריבער צוויי וואכן האבן די שפיטאל בעאמטע זיך פעסט קעגנגעשטעלט צו דעם געדאנק, זאגנדיג אז זיי האבן שוין געטוהן אלעס וואס איז מעגליך צו פעסטשטעלן אויב דאס איז אמת, אבער זיי זעהן קלאר אז דאס איז ממש פארקערט פון די מציאות, און דערפאר האט מען איר ארויסגעשטעלט פון דארט.

אברהם גרינהוט וואס איז שוין פון לאנג געווען באקאנט אלץ איינער וואס האט פשוט געשלאגן מיט זיינע אייגענע הענט מענטשן פון קהילת לב טהור, האט אויסגעגאסן זיין גאנצע כעס אויף די נעבעכדיגע יענטא חנה, ער האט גענומען א דירה און איינגעשפארט דארט יענטא חנה, מיט סעקיוריטי 24 שעה א טאג, בעיקר מענטשן פון די ארגענעזאציע "עמודים" וואס זענען באקאנט צו טשעפענען ערליכע אידן, און געוויסע צייטן האט ער געשטעלט אלץ א שומר א אלטע בחור, א געמיינער פערשוין מיט דעם נאמען יוסי פליטשקין.

ווי נאר ר' שמואל מאיר וויינגארטען איז געוואויר געווארן וואו יענטא חנה איז געפאנגען, האט ער שנעל אהינגעשיקט איינעם מיט אביסל עסן וואס זי האט געדארפט, היימיש געמאכטע קאווע מיט האניג און מצות, און דאס אריינגעשמאגלט ווען עס איז געווען א מעגליכקייט, אויך האט ער דארט מיטגעשיקט א נייע טעלעפאן.

יענטא חנה האט זיך פארבונדן ווען זי האט געהאט א מעגליכקייט, זי האט ווידער דערציילט די שרעקליכע פייניגונגען וואס זי גייט אריבער, אבער מען האט נישט געוואוסט באמת וואס צו טוהן, איין זאך האט מען זיכער געוואוסט אז מען רעדט דא פון ראטעווען א אידיש נפש ברוחניות ובגשמיות, סיי וואס מען שפארט איר איין און מען טשעפעט איר פיזיש און גייסטיש רח"ל, און סיי וואס מען לייגט אריין א אשת איש צווישן אזעלעכע שעדליכע מענטשן ברוחניות, און מען שטעלט זיי גאר צו זיין אירע גארדס.

אין אפאר טעג שפעטער אין שבת חנוכה, האט זיך אויסגעשטעלט א געלעגנהייט, אז אברהם גרינהוט האט געמאכט א גרויסע שבת פאר אלע דראפאוטס פון לב טהור, ער האט זיך אנגעקויפט מיט אסאך עסן און גערופן יעדן איינעם, און ער האט אויך פארשפראכן אז ער וועט געבן מוצאי שבת צו רייכערן מאריחואנא, און כטוב לבו ביין האט ער אויך מיטגענומען יענטא חנה מיט חיים. יענטא חנה האט אויסגענוצט די געלגענהייט צו דאס מודיע זיין גענוג באצייטנס, און אזוי שבת פארטאגס האבן זיי זיך ארויסגעשמאגלט פון דארט, און דארט אינדרויסן פון די הויז איז איר פעטער דער רבי שליט"א מיט נאך עטליכע בעלי מסירות נפש געקומען זיי נעמען, און אוועקגעפארן מיט זיי אויף די וועג צו מעקסיקא.

אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך אין הלכות שבת (או"ח סי' ש"ו), אז א איד וואס מען האט רח"ל ארויסגענומען זיין טאכטער פון זיין הויז כדי איר ארויסצונעמען פון כלל ישראל, איז א מצוה צו ארויסגיין אויפן וועג אין שבת קודש כדי זיך משתדל זיין איר צו ראטעווען, און ער גייט ארויס אפילו אינדרויסן פון תחום שבת וואס דאס איז איסור דאורייתא, און אויב ער וויל נישט מחלל שבת זיין פאר דעם דארף די בית דין פון שטאט אים צווינגן דאס צו טוהן. און די פוסקים ערקלערן, אז אויב מען ברענגט אריין א אידיש קינד אין א מצב פון שמד, צום ביישפיל אזוי ווי ביי אונזער פאל פון יענטא חנה, אז מען צווינגט א אשת איש צו זיין דוקא אונטער די הענט פון א געמיינער אלטער בחור רח"ל, אדער צו זיין געפייניגט פון פסיכאלאגן אקעגן איר אידישקייט טאג טעגליך, פון אזא מצב דארף מען העלפן א אידיש טאכטער ארויסגיין פון דעם פאר יעדע פרייז, אפילו אויף די חשבון פון טוהן א מלאכה אין שבת.

דאס איז חוץ פון די גשמיות'דיגע סכנה, פון איינשפארן א אידיש טאכטער אין א גייסטיש קראנקע שפיטאל, אדער איינשפארן אליין אין א דירה ערגער ווי א ארעסטאנט, וואס דאס איז גענוג סכנה אז עס איז וויכטיג צו איר ארויסראטעווען ביי די ערשטע געלעגנהייט אפילו אין שבת.

די הויז אין מעקסיקא ווי יענטא חנה האט געוויילט מיט איר מאן פאר 10 טעג, פון די רעטונג אקציע אין שבת חנוכה ביז איר מאן'ס ארעסט אין עשרה בטבת

אין מעקסיקא האט יענטא חנה זיך צוריק געטראפן מיט איר מאן, זי האט מיטגעהאלטן א שבת צוזאמען מיט איר פעטער דער רבי שליט"א, און זי מיט איר ברודער חיים האבן ווידער אויפגעשטראלט, זי האט געצינדן לעכט ווי א אשת חיל (נישט ווי א מיידל וואס דארף נאר באקומען א גט, אזוי ווי די בלוט צאפערס און ניו יארק האבן איר שטענדיג געזאגט). אזוי האט זי ממשיך געווען און געשעפט חיזוק, פארברענגט מיט איר מאן און גערעדט מיט איר משפחה אויפן טעלעפאן.

יענטא חנה מיט איר ברודער חיים האבן זייער שטארק געהאפט אז זיי וועלן קענען צוריק קומען צו קרית בבל און ממשיך זיין מיט זייער נארמאלע לעבנסשטייגער אזוי ווי פריער, אבער ווי עס האט זיך אויסגעשטעלט אז עס האט איר אפגעווארט נאך גאר שווערע איבערלעבענישן, וואס זי האט אזוי ווי פריער מקבל געווען באהבה. עס איז אריבער בערך 10 טעג אין מעקסיקא, און פלוצלינג אינמיטן נאכט האט איינגעבראכן א ריזיגע מחנה פון פאליציי מיט פארמאסקירטע פנימ'ער האלטנדיג שווערע געווער, און זיי האבן יעדן איינעם געבונדן און אראפגעווארפן אויף די ערד, עס האט נישט געהאלפן קיין שום וויכוחים און מען האט יעדן אוועקגעטראגן פון דארט.

אבער דער שומר ישראל האט געמאכט א גרויסע נס, אז יענטא חנה מיט איר ברודער האבן אין די לעצטע מינוט אריינגעשפרונגען אין א שאפע, די פאליציי האט אפילו געעפנט די שאפע אבער זיי האבן איר נישט באמערקט. און ווי נאר די פאליציי זענען אוועקגעגאנגען, האט יענטא חנה גענומען א טעלעפאן און גערופן צו ר' יואל וויינגארטען, זי האט אים דערציילט וואס גייט פאר, און געבעטן אז מען זאל איר העלפן אוועקצוגיין פון דארט, ווייל זי האט מורא אז די פאליציי וועט נאך אמאל קומען.

די אמבער אלערט וואס איז ארויסגעקומען אין מעקסיקא

ר' יואל וויינגארטען מיט זיין ברודער ר' שמואל מאיר האבן באלד גענומען די שנעלסטע וועג אהינצופארן, זיי האבן ערלעדיגט פאר איר א קאר און געטראגן צו א באקאנטער אין מעקסיקא, און נאכדעם האבן זיי זיך שוין געטראפן מיט יענטא חנה און חיים, און געפארן צו א צווייטע פלאץ אין מעקסיקא. יענטא חנה מיט חיים זענען געווען מיט די צוויי וויינגארטען ברודערס נאך א שבת, כאטש וואס די מצב איז געווען פוהל מיט שרעק, ווייל מען האט שוין אנגעפוהלט גאנץ מעקסיקא מיט בילדער פון יענטא חנה און חיים, דאך האבן זיי זיך זייער שטארק מחזק געווען, יענטא חנה איז געווען די גאנצע צייט פארנומען צו לערנען חיזוק ספרים אין אידיש און זאגן תהילים, און אויך חיים האט אסאך געלערנט און מתפלל געווען.

די ספעציעלע תפיסה אין מעקסיקא סיטי וואו יענטא חנה מיט איר ברודער חיים נ"י זענען געהאלטן געווארן 4 טעג

ביז דערווייל האט מען פראבירט צו זעהן א וועג צו קענען פאראייניגן די צוויי הייליגע אידישע קינדערלעך מיט זייער טאטע הרב טעללער שליט"א. עס איז געווען דאנערשטאג ביינאכט נאכן איינקויפן פאר שבת קודש, און ווידער האט א ריזיגע מחנה פון פארמאסקירטע פאליציי אויפנגעבראכן די טיר, און דא האט די פאליציי געקייטלט ר' יואל און ר' שמואל מאיר וויינגארטען, און יענטא חנה מיט חיים האבן נעבעך געשריגן און געוויינט מיט בכיות וואס איז נישט מעגליך צו באשרייבן. נאך איידער מען האט ארויסגעטראגן ר' יואל וויינגארטען פון צימער, האט ער געקייטלטערהייט געזאגט צו זיי, "קינדערלעך זייט נישט באזארגט, דער אייבישטער גייט ענק זיכער העלפן, ער האט ענק געראטעוועט ביז יעצט און ער וועט אייך ראטעווען ווייטער".

פון ווען מען האט איינגעשפארט ר' יואל און ר' שמואל מאיר וויינגארטען, האט מען נישט געהאט א מעגליכקייט צו הערן פון יענטא חנה פאר א לאנגע צייט, די לעצטע געלעגנהייט וואס מען האט געהערט פון יענטא חנה מיט איר ברודער, איז געווען אין די ערשטע טאג וואס ר' יואל און ר' שמואל מאיר זענען געווען איינגעשפארט אין די פאליציי סטאנציע אין מעקסיקא, די הויפט פון די סטאנציע איז געקומען אין די קאמער ווי זיי זענען געווען, און זיי געזאגט אז די קינדער ווילן זייער שטארק רעדן מיט זיי, ער האט ארויסגענומען זיין טעלעפאן און זיי ארויפגעשטעלט אויף א ווידיאו קאנפרענץ. ער האט אנגעזאגט יענטא חנה און חיים אז מען קען נאר רעדן אין ספאניש. ר' יואל און ר' שמואל מאיר האבן געזאגט צו יענטא חנה און חיים אז זיי ווייסן נישט ווען זיי גייען ארויסקומען פון תפיסה, אבער זיי זענען זייער פרייליך אז זיי האבן געטוהן מיט מסירות נפש וועגן איר. יענטא חנה האט צוריק געענטפערט מיט איר צובראכענע ספאניש וואס זי קען "נאסאטראס וואמאס א רעקוערדאר דע השם אי דע אוסטעדעס קאדא מי ווידא" (אונז וועלן געדענקען פון דער אייבישטער און פון ענק פאר אונזער גאנצע לעבן), און זי האט אויסגעבראכן אין א געוויין. די הויפט פון די פאליציי האט פארמאכט די טעלעפאן און ער האט צוגעזאגט אז מען וועט געבן צו רעדן מיט זיי נאכאמאל... אבער דאס האט שוין נישט פאסירט.

די תפיסה קאמערן אין וועסטשעסטער ניו יארק ווי יענטא חנה'ס מאן, שווער און פעטער זענען איינגעשפארט

אריבער מער ווי צוויי חדשים, מען האט שוין איינגעשפארט זעקס מענטשן, אריינגערעכנט יענטא חנה'ס מאן, יענטא חנה'ס שווער, יענטא חנה'ס צוויי פעטערס, און יעדער איינער וואס איז געשטאנען צו זיי צו הילף. יענטא חנה האט מען אויך איינגעשפארט, אבער דאס מאל פיל שטרענגער און ערגער, יענטא חנה האט זיך געבעטן אז זי וויל שיקן עפעס א מעסעדזש צו איר מאן, אבער ליפא קרויס וואס דאס מאל האט ער ווידער געהאלטן יענטא חנה אין זיין הויז האט ווייטער גארנישט געוואלט הערן, נאר ווידער איר גערופן מיט דעם שפעט נאמען "א מיידל מיט א טיכל", ער האט געזאגט אז מען גייט איר ערלעדיגן א גט, און מען וועט איר לאזן וואקסן האר און שיקן צו בית רחל.

יענטא חנה שרייבט נאך א בריוו און נאך א בריוו אבער עס קומט אין ערגעץ נישט אן, איר מאן חיים יעקב ראזנער זיצט אין זיין פארשפארטע קאמער און זארגט זיך, ער וויל וויסן וואס גייט פאר מיט זיין געטרייע ווייב, אבער ער באקומט נישט קיין שום ידיעה, זיין הארץ האט א שטארקע געפיל אז זי בענקט זיך באמת צו אים און זי גייט אריבער גאר שווערע צייטן, אבער קיינער וויל אים גארנישט דערציילן. ביז איין טאג באקומט ער א מעסעדזש דורך איינער פון זיינע באזוכערס אין תפיסה, אז זי האט געבעטן צו מודיע זיין פאר אים אז ער זאל זיך האלטן שטארק און אויך בעטן דער הייליגער באשעפער פאר איר, ווייל זי ווייסט נישט ווער איז אין א גרעסערע תפיסה צו ער אדער זי.

פארשטייט זיך אז די מעסעדזש האט פון איין זייט אראפגענומען א שטיין פון הארץ, צו הערן אז זיין ווייב איז נאך מיט איר הארץ געבונדן מיט אים, אבער איר מצב האט אים באמת געמאכט באזארגט, און פון דעמאלט און ווייטער האט ער נישט אויפגעהערט צו בעטן פון אלע זיינע באזוכערס אז מען זאל איר העלפן. די אלע באזוכערס וואס האבן באמת געוואלט העלפן, האבן דאך מורא געהאט עפעס דא צו טוהן, ווייל מען האט שוין געזעהן מיט וועלכע מהלך די מלאכי חבלה גייען דא.

אין א קורצע צייט שפעטער, האט יענטא חנה מצליח געווען באהאלטענערהייט צו שיקן א בריוו צו די משפחה אין קרית בבל, דאס איז געווען א בריוו וואס שרייט אויס א הארצרייסענדע געוויין וואס מען קען נישט פארשווייגן, אויך זעהט מען דארט די ערליכקייט און הייליגקייט פון יענטא חנה, ווי זי נעמט  אלעס אן באהבה מיט א אויסטערלישע  אמונה און בטחון, אזעלכע הימלישע כוחות פון התחזקות וואס מען קען נישט באגרייפן.

ווי נאר מען האט ערהאלטן די בריוו, האבן אפאר געטרייע מענטשן אנגעהויבן צו ארבעטן פיבערהאפטיג צו מאכן א פרישע קאנטאקט מיט יענטא חנה, כדי זי זאל קענען באקומען חיזוק פון איר משפחה און חבר'טעס, און אויך כדי צו איר העלפן צו אויסשרייען איר ווייטאג צו די לעגאלע אוטאריטעיטן. נאך אסאך שווערע הארעוואניע איז מען ענדליך צוגעקומען צו רעדן צו איר, ווידער האט מען געהערט די שרעקליכע איבערלעבענישן וואס זי מאכט מיט, די ברוטאלישע רדיפות פון אברהם גרינהוט און יוסי פליטשקין, און די קאלטע הסכמה און מיטארבעטן פון איר מאמע.

יענטא חנה האט גערעדט מיט אזעלכע בענקעדיגע בכיות מיט איר שוועגערינס און חבר'טעס, אבער נישט שטענדיג איז איר געלונגען בכלל צו רעדן, רוב מאל האט מען איר פשוט נישט צוגעלאזט צוקומען צום טעלעפאן, די מאמע האט געענטפערט אדער אז "זי שלאפט" אדער אז "זי וויל נישט רעדן", אין די צייט וואס שפעטער האט יענטא חנה אייביג געלייקנט אז דאס איז בכלל נישט געווען אמת, זי האט געוויינט און געבעטן "רוף צוריק נאכאמאל" אבער אן ערפאלג.

אין די לעצטע תקופה האט יענטא חנה באקומען אפאר טעלעפאנס, אבער שטענדיג האט מען איר דאס צוגענומען, אזוי ווייט אז אברהם גרינהוט איז איין טאג געקומען מיט אפאר פארברעכערס און איר אונטערזוכט מיט א מעטל דעטעקטער. יענטא חנה איז שוין איינמאל געווען אויף די וועג צו די לאקאלע פאליציי סטאנציע צו מאכן א קלאגע, אבער יוסי פליטשקין איז איר נאכגעלאפן, און ממש נעבן די פאליציי סטאנציע האט זי גע'חלש'ט, פארשטייט זיך אז ער האט איר אריינגעכאפט אין זיין קאר און צוריקגעטראגן צו די מאמע'ס הויז.

אין פורים האט יענטא חנה גערופן אויפן טעלעפאן און מען האט געהערט קולות ווי איינער שלאגט איר, ר' יעקב נחום וויינגארטען האט גערופן די פאליציי, די פאליציי איז געקומען און געטראפן אז יוסי פליטשקין האט געשלאגן יענטא חנה מכות רצח ווייל זי האט נישט געוואלט טוהן עפעס וואס ער האט איר געצוואונגען צו טוהן. די פאליציי האט צוגעזאגט צו מאכן אן ארדער אף פראטעקשן קעגן פליטשקין און אברהם גרינהוט, אבער די מאמע לאזט זיי נאך אלץ אריין דארט אין די הויז.

ווי נאר די חברה וואס צאפן די בלוט פון יענטא חנה האבן געזעהן אז מען שיקט צו יענטא חנה א טעלעפאן, און זי באקומט א וועג צו דערציילן וואס זי גייט אדורך, האבן זיי אנגעהויבן צו סטראשענען און אנשרעקן יעדער איינער וואס איז געקומען מיט איר אין קאנטאקט. איינע פון זייערע לעצטערע שרעקליכע טאקטיקן איז געווען אז זיי האבן איינגעשפארט א איידעלער אינגערמאן ר' משה יחזקאל מתתיהו מלכא מיט עדות שקר, און אויך האבן זיי געסטראשעט אויפן טעלעפאן אלע ווייבלעך און מיידלעך וואס זיי האבן גערופן צו איר פון גואטעמאלא, אז מען וועט זיי אויך איינשפארן.

אין די לעצטע וואך האבן זיי שוין גענצליך אויפגעהערט צו לאזן רעדן מיט איר, די לעצטע שמועס מיט יענטא חנה איז געווען א וואך צוריק, וואס זי האט געוויינט צו איר שוועגערין צו הערן עפעס פון איר מאן, אבער די מאמע האט איר מיט אכזריות אפגעהאקט און געזאגט אז "עס איז שוין כמעט צען אזייגער און מען דארף גיין שלאפן..." פון דעמאלט און ווייטער, יעדע מיידל אדער פרוי וואס רופט צו יענטא חנה, ווערט אויסגעפרעגט מיט א גאנצע סעריע פון שאלות און חקירות דורך מענטשן וואס געבן זיך אן מיט פארשידענע נעמען "שלמה איצקאוויטש" "אברהם יצחק טעללער", און דערצו אויך שפעטן זיי אפ מיט שעדליכע מיאוס'ע ווערטער רח"ל, וואס פון דעם אליין קען מען ליידער זעהן מיט וועלכע נידעריגע פארשוינען יענטא חנה איז ארומגערינגלט און וואס זי גייט נעבעך יעצט אריבער...

די חבר'טעס פון יענטא חנה געבן נישט אויף, זיי רופן אויפן טעלעפאן נאכאמאל און נאכאמאל, אבער ליידער אן ערפאלג. מרת הענטשא העלבראנץ (ראזנער) א שוועגערין פון יענטא חנה, וואס איז געקומען קיין ניו יארק כדי צו באזוכן איר טאטע מיט איר ברודער אין תפיסה, איז געגאנגען באזוכן יענטא חנה ביי איר מאמע'ס הויז. נאר ווען זי איז ארויסגעגאנען פון די טעקסי האט זי שוין געהערט פון די פענסטער ווי די טעללער קינדער שרייען מיט שמחה "יענטא חנה! הענטשי איז דא". אריינקומענדיג אינעם בילדינג האט זי געהערט ווי די קינדער ממש טאנצן און שרייען פון שמחה, אבער ווען זי איז אנגעקומען ביי די טיר פון די דירה האט זי שוין געהערט ווי די מאמע שרייט אויף די קינדער און מאכט זיי שטיל. מרת העלבראנץ האט געקלאפט אויף די טיר און גערופן "יענטא חנה! ס'איז הענטשי!" אבער א מאדנע שטילקייט האט געהערשט... דאן האט די טיר זיך געעפנט ווי א שפאלט און די פנים פון יענטא חנה'ס מאמע האט זיך באווויזן, מרת העלבראנץ האט איר באגריסט און געפרעגט צו זי קען זעהן יענטא חנה, זי האט גארנישט געענטפערט נאר מיט א צארנדיגע פנים פשוט פארהאקט אויף איר די טיר.

ווארטנדיג צוויי מינוט האט זיך די טיר פון די בילדינג געעפנט, עס זענען שוין אנגעקומען די פערשוינען וואס האלטן יענטא חנה געפייניגט אין געפענגעניש, אברהם גרינהוט, שלמה איצקאוויטש און נאך. אזוי ווי זייער שטייגער האבן זיי אנגעהויבן צו שרייען "ארויס פון דא! מען גייט דיר שוין איינשפארן!", און אזוי האבן זיי פארטריבן מרת העלבראנץ און איר נאכגעשריגן ביז צו די הויפט אריינגאנג. דארט ביי די טרעפ אינדרויסן נעבן די טיר האבן זיי איר נישט געלאזט ווייטער גיין נישט אריין און נישט ארויס. עטליכע שכנט'עס זענען ארויסגעקומען פון זייערע דירות און זיך אנגעשלאסן אין די "מצוה", געשריגן אויף מרת העלבראנץ און איר געטשעפעט און פארשעמט, מען האט איר געסטראשעט אז זי גייט יעצט זיצן אין תפיסה אזוי ווי איר טאטע און אזוי ווי איר ברודער יענטא חנה'ס מאן. אזוי איז אריבער מער פון א האלבע שעה, מרת העלבראנץ האט גערופן די פאליציי פון איר טעלעפאן, און ביזדערווייל איז געלונגען פאר יענטא חנה צו אנקומען צו די פענסטער און פראבירן צו זעהן וואס גייט פאר, מרת העלבראנץ האט נישט געקענעט זעהן יענטא חנה ווייל די פארברעכערס האבן איר געהאלטן אין א ווינקל, אבער זי האט געהערט ביז דארט ווי אזוי יענטא חנה טענה'ט זיך מיט איר מאמע און בעהט זיך מיט א וויינענדיגע שטימע אז זי וויל רעדן מיט הענטשי, אבער די מאמע מאכט חוזק פון איר און לאזט איר נישט צו...

ווען די פאליציי זענען ענדליך אנגעקומען, האבן די פארברעכערס פראבירט צו פארקויפן מעשיות אז מרת העלבראנץ איז גאר געקומען צו "קידנעפן" יענטא חנה און אז מען דארף איר שוין איינשפארן, אבער די פאליציי האט גערעדט מיט איר און מיט יענטא חנה און גאר שנעל זיך איבערצייגט אז די מעשה הייבט זיך נישט אן. צום סוף האבן די פאליציי איר געזאגט, די מענטשן דא האבן דיר געוואלט איינשפארן אבער מיר ווילן נישט, וויבאלד דו האסט נישט געטוהן קיין שום פארברעך. מען האט טאקע נישט איינגעשפארט מרת העלבראנץ, אבער יענטא חנה איז ליידער געבליבן איינגעשפארט, אן קיין רעכט פון האבן א באזוכער וואס אפילו א אפיעציעלער ארעסטאנט באקומט. מען קען זיך נישט פארשטעלן די צער פון יענטא חנה, זעהן ווי אזוי איר בעסטע חבר'טע און שוועגערין קומט פון גואטעמאלא איר צו באזוכן, און מיט אזא אכזריות פארטרייבט מען איר אוועק און מען וויל מען איר גאר איינשפארן...

***