טייערער באזוכער, ווען מיר ווילן דערציילן ווער איז די געפאנגענע יענטא חנה, מוזן מיר אויך אביסל דערציילן ווער איז יענטא חנה'ס טאטע, דער גאון און צדיק הרב אהרן אריה טעללער שליט"א, דער רב און דיין פון קהילת לב טהור.

הרב טעללער שליט"א איז פון קינדווייז אן געווען א עובד ה' און א מבקש, ער האט שטענדיג געזוכט וואו מען קען עפעס הערן פון א ערליכער איד. זיין דאווענען איז געווען להפליא, מיט א אמת'דיגע ווארעמקייט און פלאם פייער.

נאך אלץ אינגל אין וויליאמסבורג איז ער געווען ספעציעל נאנט מיט הרה"ק פון תולדות אהרן זצ"ל. ווען זיין פאטער הרה"ח ר' דוד טעללער ע"ה האט אים אריינגעטראגן צום תולדות אהרן רבי'ן ביי איינע פון זיינע באזוכן אין אמעריקא, איז דער רבי זצ"ל געווארן אזוי נתפעל פון דעם אינגל, אז ער האט געבעטן פונעם טאטן צו אים שיקן לערנען אין זיין ישיבה אין ירושלים. ער איז טאקע אהין געפארן לערנען אלץ בחור, און דארט האט ער זיך באקאנט מיט די גאר חשוב'ע זקני התלמידים וואס האבן נאך זוכה געווען צו מקבל זיין פון הרה"ק בעל שומרי אמונים זי"ע. זיין בעל אכסניא אין ירושלים איז געווען דער חשוב'ער סופר סת"ם דער צדיק און מקובל ר' אשר אנשיל ברוין ז"ל מיט וועם ער איז געבליבן ספעציעל בידידות.

אפילו נאך זיין חתונה וואס הרב טעללער איז צוריקגעפארן קיין אמעריקא, דאך האט הרה"ק מתולדות אהרן זצ"ל אנגעהאלטן די קשר מיט אים, במשך די יארן האט ער באקומען פונעם רבי'ן זצ"ל צענדליגע ווארימע בריוון פון חיזוק און ליבשאפט. דער תולדות אהרן רבי זצ"ל האט אמאל זיך אויסגעדרוקט אויף אים אין א שמועס ברבים אין די ישיבה, אז מיט איין תלמיד פון חוץ לארץ האב איך זיכער מצליח געווען.

איינע פון די כתבי הוראה וואס הרב טעללער שליט"א האט באקומען

ווער עס וועט אביסל אריינבליקן אין די כתבי הוראה וואס הרב טעללער האט באקומען אלץ א אינגערמאן פון די זקני הדור, וועט זיך איבערצייגן אז די חשוב'סטע עלטסטע רבנים האבן געזעהן אין אים א עתיד פון א גרויסע מנהיג בישראל, אזוי ווי עס שרייבט אויף אים דער דעברעצינער רב ז"ל "וכל קהילה וקהילה נאה וחסידה שיבחור בו להשים כתר המשרה על ראשו, יתענגו עונג רוחני, כי הוא בעל מדות רמות ונשגבות" (אין אידיש: און יעדע קהילה און קהילה וואס איז שיין אין ערליך, וואס וועלן אויסוועלן אין אים צו לייגן אויף אים די קרוין פון רבנות, וועט האבן א רוחניות'דיגע פארגעניגן, ווייל ער איז א גאר א דערהויבענער בעל מדות).

חוץ פון דעם וואס הרב טעללער שליט"א איז שטענדיג געווען פארנומען מיט תורה ועבודה, איז ער אויך שטענדיג געווען א מורא'דיגע איידעלע נשמה, ער האט קיינמאל נישט געקענט צוקוקן א צער פון א איד. נאך אלץ גאר א יונגער אינגערמאן האט ער שטענדיג זיך געזארגט אויף די ארעמע און שוואכע, און אליין חתונה געמאכט עטליכע יתומים.

ווען ער איז אנגעקומען צו דעם רבי ז"ל פון קהילת לב טהור, האט ער זיך זייער שטארק געפריידט מיט דעם אז ער האט ענדליך געטראפן א רבי מיט וועם ער וועט קענען אויסשמועסן אלע זיינע שאלות אין עבודת השי"ת. ער איז געווארן א בחינה פון אליעזר וואס איז דולה ומשקה מתורת רבו לאחרים, און ער איז געשטעלט געווארן דורך דער רבי זי"ע אלץ דער ראש הישיבה פון די בחורים, און שפעטער אלץ דיין פון די קהילה.

טראץ דעם וואס זיין שייכות צו קהילת לב טהור האט אין די ערשטע יארן אויפגעוועקט א גרויסע טומל, דאך האט ער זיך גענצליך נישט אפגעהאלטן פון מיטהאלטן די סדרים פון דעם בית מדרש, און ממשיך געווען די שיעורים פון די בחורים ווען עס איז נאר געווען מעגליך, און אין זיינע שווערסטע צייטן האט ער אויך זיך געזארגט אז די עלנדע בחורים וואס האבן איבערגעלאזט זייער ציוני'סטישע משפחות זאלן קענען חתונה האבן בכבוד. די בחורים זענען נאכדעם געווארן די עלטערן פון פארשידענע חשוב'ע משפחות אין די קהילה.

הרב טעללער שליט"א האט נאכאמאל חתונה געהאט מיט דעם רבי'נס טאכטער, און געהאט מיט איר 6 קינדערלעך. נאכדעם וואס זיין פרוי האט ליידער גענומען די וועג פון זיינע שונאים און פון די שונאים פון די קהילה, זענען די זעקס קינדערלעך ברוטאליש געווארן אפגעריסן פון אים, ספעציעל זיין טאכטער יענטא חנה און זיין זוהן חיים, וואס זיי ביידע האבן אסאך געלערנט פון אים און שטענדיג געווען אנגעהאנגען און אים.

אסאך בלוט האט הרב טעללער געשפיגן ביז ער האט געזען אזעלכע חשוב'ע קינדערלעך, אן א שיעור כוחות ער אריינגעלייגט אין די קינדערלעך און אויך אין די פריערדיגע קינדערלעך, אזוי אז די הארץ בלוטיגט צו זעהן ווי מען האט מיט אזא אכזריות אלעס פון אים אוועקגעריסן. אבער ער פון זיין זייט איז ווייטער ממשיך מיט זיין לעבנסשטייגער פון תורה ועבודה, און מתפלל און האט בטחון צו השי"ת אז זיי גייען אלע בקרוב צו אים צוריק קומען.

יעצט שרייבנדיג די שורות, איז ער פארבאטן דורך די פעמעלי קאורט פון זיך פארבינדן מיט זיינע קינדער, און טראץ דעם וואס אלע קינדער בעטן זיך שטענדיג אז זיי ווילן צוריק גיין צו זייער טאטע, און זיי ווילן כאטש רעדן מיט אים, דאך בלייבן ער אין זיי אין די זעלבע בלוטיגע צער. נאך מער איז זיין צער געשטיגן ווען ער איז געוואויר געווארן וואס זיין טאכטער יענטא חנה און אויך די אנדערע קינדער גייען אריבער, און ווי אזוי מען האט ברוטאליש איינגעשפארט די מענטשן וואס האבן אים פראבירט צו העלפן.