די לעצטע שמועס וואס מען האט געהאט מיט יענטא חנה, דעם שמועס איז געווען מיט איר שוועגערין חיה גאלדא ראזנער, זי וויינט דארט זייער שטארק אז זי בענקט זיך צו איר מאן, און וויל דערציילן ווי יוסי פליטשקין האט איר געשלאגן, און איר מאמע לאזט איר נישט. אויך הערט מען ווי יענטא חנה בעהט זיך צו איר שוועגערין "דערצייל מיר נאך עפעס פון מיין מאן" אבער איר מאמע האקט אפ די טעלעפאן קאלטערהייט "ווייל זי דארף שוין גיין שלאפן". איר מאמע האט צוגעזאגט אז זי גייט קענען רעדן מארגן אבער אזוי ווי שטענדיג האט זי נישט געהאלטן ווארט, און געזאגט אלע מינע תירוצים צו נישט צולאזן יענטא חנה, אדער איבערגעגעבן צו געמיינע באנדיטן צו רעדן שעדליכע ניבול פה מיט די אומשולדיגע ווייבלעך און מיידלעך.