דעם קאורט ארדער האט יענטא חנה'ס מאמע ערלעדיגט פון א ריכטער אין גואטעמאלא, וואס דאס האט ערלויבט צו קומען און איבערפאלן קרית בבל יעדן טאג, דעם ציהל איז געווען אריינצוברענגען די ציונים מיט די קאראפטירטע עסקנים פון וויליאמסבורג, כדי צו מאכן פראבלעמען פאר די גאנצע קהילה, מיט דעם אויסרייד אז מען דארף זוכן די פארלוירענע טעללער קינדער, און "אגב" צו זוכן אויב עס איז דא נאך "עביוזטע" קינדער.

דאס איז געווען די סיבה אז דער טאטע איז אוועקגעגאנגען צוזאמען מיט די קינדער קיין מעקסיקא, וויבאלד מען האט געזעהן אז עס איז נישט דא מיט וועם צו רעדן, נאר זיי צילן צו כאפן קינדער אן קיין משפט.