דעם בריוו האט יענטא חנה געשיקט קיין קרית בבל בערך צוויי חדשים נאכדעם וואס מען האט איר געשלעפט די צווייטע מאל קיין אמעריקא, דאס איז נאר איינע פון די הונדערטער בריוון וואס זי האט געשריבן און זי האט נעבעך נישט מצליח געווען דאס צו שיקן.

דער בריוו שרייט אביסל ארויס די שווערע מיטמאכענישן וואס יענטא חנה מאכט מיט, און פון די אנדערע זייט די צדקות פון איר ווי זי איז מקבל אלעס באהבה.