דעם פעטישן האט יענטא אונטערגעשריבן א וואך נאכדעם וואס זי איז געברענגט געווארן קיין ניו יארק, דעם תוכן פון די פעטישן איז געשריבן געווארן אין איר בריוו וואס זי האט איבערגעגעבן מוצאי שבת ויצא תשע"ט, און עס איז איבערגעטייטשט געווארן דורך ר' שמואל מאיר וויינגארטען, און אויך צוגעלייגט געוויסע פרטים וואס זי האט איבערגעבן אויף די טעלעפאן

יענטא חנה האט זייער שטארק געקעמפפט אריינצוגעבן דעם פעטישן אין קאורט, זי האט זיך געשלאגן מיט די טשיילד פראטעקשן און מיט די פאליציי אז זיי זאלן איר לאזן גיין צו די קאורט דאס אריינצוגעבן, און עס איז איר געלונגען דאס אריינצוגעבן דורך ר' שמואל מאיר. צוליב דעם שריט פון אריינגענבן דעם פעטישן, האט אברהם גרינהוט איר אריינגעלייגט אין א גייסטישע קראנקע שפיטאל, און נאכדעם איינגעשפארט אין א פריוואטע דירה.

עס איז וויכטיג צו באמערקן אז יענטא חנה האט קלאר געשריבן אז אויב מען גייט נישט רעספעקטירן אירע רעכטן גייט זי גיין ווי זי וויל, נישט קיין חילוק צו די ריכטער גייט מסכים זיין אדער נישט.