דא איז די עמערדזשענסי קלאגע וואס די מאמע פון יענטא חנה האט אריינגעגעבן אין די פעמילי קאורט, כדי צו באקומען קאסטעדי פון אירע קינדער, און אויך א בקשה אז מען זאל געבן א ארדער אף פראטעקשן פאר די טאטע, די ריכטערקע האט עס באשטעטיגט אלץ איין זייטיגע פסק.

מיר ווילן נאר אנמערקן אפאר זאכן: 1) אלע נעגעטיווע זאכן וואס שטייט דא איז אפענע ליגנט, ווי למשל אז יענטא חנה האט חתונה געהאט געצוואונגענערהייט, אקעגן די איר אייגענע ווילן און אקעגן און אקעגן איר מאמעס ווילן, אדרבה פרעגטס יענטא חנה... 2) דא ווערט גארנישט ארויס געברענגן עפעס א עוולה פון די טאטע, וואס דאס זאל בארעכט צו צונעמען די קינדער פון איר. 3) די עיקר יסוד וואס דער ריכטערקע האט באשטעטיגט דעם בקשה אן צו אויסהערן וואס דער טאטע האט וואס צו זאגן, איז געווען צוליב זייערע ווערטער איז ער דאמאלטס געווען איינגעשפארט אין א תפיסה אין מעקסיקא, אין די צייט וואס זיי האבן געוואוסט אז דאס איז ליגנט, און אין די זעלבע צייט איז ער געשטאנען אין די טשיילד פראטעקשן אפיס און געווארט צו הערן וואס טוהט זיך מיט זיינע קינדער, און טאקע דערפאר האבן זיי געמאכט דעם עמערדזשענסי קלאגע. 4) פון דעם בקשה און דעם פסק זעהט מען אז זי האט נישט געהאט קיין שום רעכט אויף די קינדער פאר דעם, און מען האט זיי אומגעזעצליך געשלעפט קיין ניו יארק.