דעם בריוו האט יענטא חנה געשיקט צו איר פעטער די רבי שליט"א, נאך אין אנהייב ווען איר מאמע האט שוין דעקלערט איר בייזוויליגע פלאן צו צוכאפן יענטא חנה - א אשת איש, און איר אוועקרייסן פון איר מאן אלץ א משכון צו אויספירן איר מחלוקת. 

דעם בריוו האט אלאמירט יעדן איינעם, און בפרט די רבי שליט"א וואס האט באקומען די בריוו, צו פראבירן אלעס וואס מעגליך צו אויספועל'ן ביי איר מאמע אויף א הסכם אז זי זאל כאטש נישט טשעפענען יענטא חנה מיט אירע עלטערע געשוויסטער. אבער אלע השתדלות אין דעם, האט גארנישט מצליח געווען, ווייל זי האט דוקא געוואלט נאר צו גיין מיט די מענטשן וואס זענען נישט אינטערסירט אויפצולעזן קיין זאכן, זייער גאנצע ציהל איז נאר צו שעדיגן די קהילה און פערזענליך אלע אירע מענטשן אינג און אלט.