מרת שפרה גאלדמאן

 (בויער) 

מרת גאלדא מלכא

 (בויער) 

מרת פריידא גאלדמאן

 (חיון) 

שפרה און גאלדא זענען צוויי שוועסטערס וואס האבן געוואוינט אין בית שמש, צוזאמען מיט זייער חשוב'ע טאטע און מאמע ר' שאול בויער שליט"א און זיין חשוב'ע רעבעצין תחי'. שפרה און גאלדא האבן געמאכט העדליינס ערב ראש השנה תשע"ב, ווען זיי זענען געפארן קיין קאנאדא צו באזוכן אין קרית רימנוב יצ"ו ווי קהילת לב טהור האט דעמאלט געוואוינט, און זייערע פרייע מומע (אורית  כהן) און באבע (לאה עמיר) האבן זיי צוריק געשלעפט פון קאנאדא דורך די אינטערפאול.

די ציוני'סטישע געריכט האבן ארויפגעלייגט אויף גאנץ משפחת בויער א "צו עיכוב יציאה" – א אפהאלטונג ביי די גרעניץ – אז זיי זאלן נישט קענען ארויסגיין פון די ציוני'סטישע מדינה, און דערצו אויך האבן זייערע פרייע משפחה קרובים זיך אריינגעלייגט צו דערשמעטערן זייער משפחה און צו צונעמען זייערע קינדער. עס איז געגאנגען אזוי ווייט אז עס איז פארגעקומען צוויי היסטארישע אסיפות אין די פארלעמענט פון די ציונים, צו זעהן וואס מען קען טוהן כדי צו צוברעקלען די חשוב'ע משפחה.

די זעקס קינדערלעך פון משפחת בויער האבן נישט געהאט קיין חדר און קיין שולע וואו צו גיין, מען פלעגט זיי באווארפן אויף די גאסן מיט שטיינער און זיי נאכשרייען און באזידלען, אלעס צוליב זייער שייכות צו קהילת לב טהור. מיט דעם אלעם זענען משפחת בויער אנגעגאנגען שטארק מיט זייער עבודת ה' גאנצע פיר יאר אונטער די אלע שווערע רדיפות.

במשך די פיר יאר, האט ר' שאול בויער שליט"א געקעמפט מיט שווערע משפטים צו מבטל זיין די גזירה וואס די ציונים האבן ארויפגעלייגט אויף די משפחה צו זיי אפהאלטן פון ארויסצופארן פון די מדינה. די משפט האט זיך געפירט מיט א מורא'דיגע רשעות און א וויסטע שנאה, יעדע באבע-מעשה אקעגן קהילת לב טהור וואס די פרייע משפחה קרובים האבן געטראפן אויף די אינטערנעט אדער אויף פאשקעווילן אן קיין מקור, איז אנגענומען געווארן אין די בית משפט אלץ קראנטע ראיות אקעגן די קהילה, אין די צייט וואס יעדע נארמאלע עדות אדער דאקומענט וואס ר' שאול האט געברענגט לטובת די קהילה, האט די בית משפט פשוט ארויסגעווארפן פון די פענסטער אן צו געבן א ערקלערונג וואס לייגט זיך אויפן שכל. דאס האט צוגעברענגט אז ר' שאול האט געדארפט קעמפן אליין אויף דעם שלאכט פעלד, אן קיין לויער, וויבאלד יעדע לויער וואס האט געוואלט נעמען די קעיס האט גאנץ שנעל זיך אפגעזאגט, נאכן איינזעהן ווי רשעות'דיג און אומגעזעצליך ווערט געפירט די גאנצע משפט, אן צו געבן די מעגליכקייט פאר ר' שאול צו ארויסברענגען זיין צד. ר' שאול האט גענומען א אנדערע מהלך צו ארויסברענגען זיין וויי געשריי, דורך עפענען א וועבסייט און מפרסם זיין די אלע טענות אויף די עוולה וואס ווערט געטוהן צו איהם און צו זיין משפחה. ער האט גענומען צו הילף זיין עלטסטע טאכטער שפרה תחי'.

ר' שאול מיט זיין גאנצע משפחה האבן עטליכע מאל פראבירט ארויסצוגיין פון די ציוני'סטישע מדינה אויף אלע וועגן וואס איז נאר מעגליך. ווי למשל, די גאנצע משפחה האבן זיך אריבערגעשמוגלט צו די שכנות'דיגע לאנד ירדן, אבער דארט האט מען זיי צוריק געשלעפט דורך די ציוני'סטישע מיליטער. ר' שאול מיט זיין משפחה האבן אבער קיינמאל נישט אויפגעגעבן, און צום סוף האט השי"ת זיי געהאלפן ארויסצוגיין פון דארט מיט גרויסע ניסים. שפרה און גאלדא שטאלצירן אז זיי זענען צום סוף ארויסגעגאנגען פון די ציוני'סטישע מדינה צוזאמען מיט זייער משפחה, גענצליך אן קיין רשות פון די ציונים און אקעגן זייערע אלע געזעצן, און זיי זענען אריינגעקומען לעגאל אין גואטעמאלא און זיך דארט באוואוינט.

דא אין קרית בבל האבן זיי אויפגעבליהט, חתונה געהאט אין א יונגע עלטער, און אויפגעשטעלט לעכטיגע יודישע שטובער, און צו להכעיס פון די פרייע משפחה קרובים וואס האבן דאס אזוי שטארק נישט געוואלט, אזוי ווי דוד המלך שרייבט, ויראו שונאינו ויבושו כי אתה ה' עזרתני ונחמתני.

שפרה מיט גאלדא זענען גרייט מיט די גאנצע הארץ צו אנפירן די הייליגע קאמפף צו ראטעווען זייער חבר'טע יענטא חנה תחי', זיי פירן אן דעם וועבסייט און טוען פארשידענע פעולות צו איר ראטעווען.

***

פריידא גאלדמאן איז א טאכטער פון א משפחה וואס איז ספעציעל גע'רודפ'ט געווארן פון די טשיילד פראטעקשן סערוויסעס אין קאנאדא צוליב זייער שייכות צו קהילת לב טהור. זי מיט איר גאנצע משפחה זענען געכאפט געווארן אויף דעם וועג ווען זיי זענען אנטלאפן פון קאנאדא, מען האט זיי אכזריות'דיג צוריקגעשלעפט פון דעם לענדל טרינידאד און טאבעגא, צוריק קיין קאנאדא, אין שבת קודש.

אנקומענדיג קיין קאנאדא, האבן די קאנאדישע רעגירונג אוועקגעשיקט אירע עלטערן צו די ציוני'סטישע מדינה, און זי איז געבליבן איינע אליין אין קאנאדא, און געקעמפפט מיט מסירות נפש אקעגן די טשיילד פראטעקשן. זי האט געפירט משפטים אקעגן די טשיילד פראטעקשן און זיך אליין רעפרעזענטירט ביים קאורט, ביז עס איז איר געלונגען צו אנגעקומען צו גואטעמאלא און זיך פאראייניגן מיט אלע אירע חבר'טעס אין קהילת לב טהור.

פריידא קוקט ארויס זייער שטארק און האפט בעזה"י צו זעהן ווי יענטא חנה תחי' וועט שוין אריבער גיין איר שווערע צייט און געהאלפן ווערן. פריידא איז אויך גרייט צו שטיין און קעמפפן אקעגן אלע וואס רודפ'ן יענטא חנה, כדי צו זעהן בקרוב איר באפרייאונג מיט דער אייבישטער'ס הילף.