א הארציגע אויסרוף צו יעדע אידיש הארץ!!!

אונזער שוועסטער און חבר'טע יענטא חנה ראזנער (טעללער) תחי', א איידעלע הארציגע פרומע ווייבעלע, איז נעבעך געפאנגען און ליידער הערט קיינער נישט איר וויי געשריי.

יענטא חנה תחי' איז אוועקגעריסן פון איר מאן שיחי', פון איר משפחה, פון אירע חברט'עס, איר מאן איז געשליידערט אין תפיסה.

יענטא חנה תחי' קען נישט אנטוהן וואס זי וויל, זי קען נישט עסן וואס זי וויל, זי קען נישט רעדן מיט וועם זי וויל, זי קען נישט האבן קיין טעלעפאן, און זי קען בכלל נישט רעדן אין קיין טעלעפאן.

יענטא חנה תחי' איז ארומגערינגלט מיט שרעקעדיגע מענטשן, אלטע בחורים, נידעריגע פערשוינען, וואס דערגייען איר דאס לעבן, שפארן איר איין פאר טעג און וואכן, לויפן איר נאך ווי זי גייט נאר, איר הארץ קען דאס נישט איבערטראגן.

אלעס פארוואס? ווייל זי איז א ווייבעלע פון לב טהור, און דעריבער איז איר בלוט נעבעך הפקר...

מיר אירע שוועסטערס און חבר'טעס וואס וויינען טאג און נאכט אויף איר נעבעכדיגע מצב, ווענדן זיך צו אייך מיט טרערן, הערט אויס אלעס וואס מיר שטעלן דא ארויס, ליינט די הארצרייסנדיגע ווערטער פון אונזער שוועסטער, און טוהט אלעס וואס איז נאר מעגליך איר צו באפרייען פון געפענגעניש!!!